1.
צוויי לידער      שעכטער-גאָטעסמאַן ביילע           
פֿון וווּ דו טוסט זיך נישט ריכטן:קליינע אַקאַציעלעך,פֿאַרוואָרצלט און צאַפּלדיק יונג,ווייַסע־חבֿרהניקעס
רייצן זיך, ווייַזן דיר די צונג:קענסט אונדז נישט אויסוואָרצלען!” הער איך זיי סטראַשען
מיר וועלן אייביק דאָ הויזןאַ פּאָר קליינע קולעכלעך
טוט רעשן,בשעת איך פּאָרע זיך אין גאָרטן,פּאָלע אויס די בייטן, שטעל איבער,שנייַד אַוועקהאָרעוואַניע אָן אַן עק,און אַזוי אין גרינעם געמאַרק
פֿאַררעשט, אַרייַנגעטאָן
גייען מיר נאָך די קולות. צו זייַן אַליין מיט אַזאַ סך שׂונאים
איז נישט קיין קאַטאָוועס.



Expand   Print version | Save to file