|
די ווייַסע אַקאַציע, זינט מע האָט זי אויסגעהאַקט,הערט זי נישט אויף צו וואַקסן ווי קליינע שדימלעך. פֿון וווּ דו טוסט זיך נישט ריכטן:קליינע אַקאַציעלעך,פֿאַרוואָרצלט און צאַפּלדיק יונג,ווייַסע־חבֿרהניקעס רייצן זיך, ווייַזן דיר די צונג:קענסט אונדז נישט אויסוואָרצלען!” הער איך זיי סטראַשען מיר וועלן אייביק דאָ הויזן”אַ פּאָר קליינע קולעכלעך טוט רעשן,בשעת איך פּאָרע זיך אין גאָרטן,פּאָלע אויס די בייטן, שטעל איבער,שנייַד אַוועק — האָרעוואַניע אָן אַן עק,און אַזוי אין גרינעם געמאַרק פֿאַררעשט, אַרייַנגעטאָן גייען מיר נאָך די קולות. צו זייַן אַליין מיט אַזאַ סך שׂונאים איז נישט קיין קאַטאָוועס. |
|
|
|
Print version |
Save to file
|