1.פֿון וווּ דו טוסט זיך נישט ריכטן:קליינע אַקאַציעלעך,פֿאַרוואָרצלט און צאַפּלדיק יונג,ווייַסע־חבֿרהניקעס
רייצן זיך, ווייַזן דיר די צונג:קענסט אונדז נישט אויסוואָרצלען!”הער איך זיי סטראַשען
מיר וועלן אייביק דאָ הויזן”אַ פּאָר קליינע קולעכלעך
טוט רעשן,בשעת איך פּאָרע זיך אין גאָרטן,פּאָלע אויס די בייטן, שטעל איבער,שנייַד אַוועק — האָרעוואַניע אָן אַן עק,און אַזוי אין גרינעם געמאַרק
פֿאַררעשט, אַרייַנגעטאָן
גייען מיר נאָך די קולות.צו זייַן אַליין מיט אַזאַ סך שׂונאים
איז נישט קיין קאַטאָוועס. (שעכטער-גאָטעסמאַן ביילע, צוויי לידער)