1.
לעבנס־פֿראַגן            2008.03-04     
אוןוואָס איז געווען דער מיטן און דער סוף? לעבן, שולע, דערגענצונגען, קרייַזן פֿון "סקיפֿ" און "צוקונפֿט", צוזאַמענטרעפֿן, ערשטע ליבעסאון חלום.
און דאַן איז געקומען די גרויסע שוואַרצע כמאַרע, וועלכע האָט פֿאַרשוואַרצט אַלע אונדזערע טרוימען און אייַנגעשלונגען אונדזערע טייַערסטע. אויסטערליש זייַנען די וועגן פֿון מענטשן, און אויסטערליש די צופֿאַלן, וואָס רייַסן זיך אַרייַן אין דעם מענטשנס לעבן. זיי בלייַבן פֿאַרשפּינט אין דעם געוועב, וואָס הייסט לעבן.
זעט אויס, אַז דאָס אַלטע שפּריכוואָרט, אַז אַ באַרג מיט אַ באַרג קען זיך נישט צוזאַמענטרעפֿן, אָבער אַ מענטש מיט אַ מענטשיאָ, איז ריכטיק. אַ מענטש האָט זיך געטראָפֿן אין די אוממענטשלעכע טראַגישע יאָרן פֿון אונדזער אומקום, און דאָס בילד פֿון אונדזער באַגעגעניש איז זיך אַרייַנגעוואָקסן אין מייַן וועזן, מייַן פֿרייַנד דאָבקע.



Print version | Save to file