1.לעבן, שולע, דערגענצונגען, קרייַזן פֿון "סקיפֿ" און "צוקונפֿט", צוזאַמענטרעפֿן, ערשטע ליבעס — און חלום. און דאַן איז געקומען די גרויסע שוואַרצע כמאַרע, וועלכע האָט פֿאַרשוואַרצט אַלע אונדזערע טרוימען און אייַנגעשלונגען אונדזערע טייַערסטע.אויסטערליש זייַנען די וועגן פֿון מענטשן, און {אויסטערליש} די צופֿאַלן, וואָס רייַסן זיך אַרייַן אין דעם מענטשנס לעבן.זיי בלייַבן פֿאַרשפּינט אין דעם געוועב, וואָס הייסט לעבן. זעט אויס, אַז דאָס אַלטע שפּריכוואָרט, אַז אַ באַרג מיט אַ באַרג קען זיך נישט צוזאַמענטרעפֿן, אָבער אַ מענטש מיט אַ מענטש — יאָ, איז ריכטיק. (לעבנס־פֿראַגן2008.03-04)