1.און ער אייַלט זיך, ווי ער וואָלט זיך געאייַלט נישט צו פֿאַרשפּעטיקן די באַן. איז טאַקע דאָס מאָל די טעמע פֿון זייַנע לעצטע מאָלערייַען — די באַן.און זי איז פֿאַרבונדן מיט יענע קינדער־זיכרוֹנות און מיט זייַנע באַרימט געוואָרענע צייכענונגען פֿון יענע קינדערשע יאָרן. אָבער יאָסל בערגנער מאָלט נישט דעם בלויזן אַמאָל.ער פֿאַרבינט דעם אַמאָל מיטן הייַנט, ווי ער וואָלט וועלן פֿאַרשליסן דאָס פֿאַרכּישופֿטע ראָד פֿונעם לעבן. איך ווייס נישט, צי דער קינסטלער אַליין האַט וועגן דעם געטראַכט, פֿאַרבינדנדיק די באַן, צי דעם טראַמווייַ פֿון זייַן קינדהייט, וואָס האָט איבערגעפֿאָרן אַ מענטש, און ער, דאַס זעקס, צי זיבן־יאָריקע ייִנגעלע שטייט אַ צעטומלטער און פֿרעגט: "וואָס זאָל איך טאָן" — ווי ער האָט עס דעמאָלט געצייכנט נען, וואָס האָבן אין חורבּן געפֿירט די ייִדישע קרבּנות צום טויט; זענען דאָך די בילדער אויף זייַן איצטיקער קלאַס מיט אָט דער צושריפֿט — אפֿשר מיט די וואַגאָנען, וואָס האָבן אין חורבּן געפֿירט די ייִדישע קרבּנות צום טויט; זענען דאָך די בילדער אויף זייַן איצטיקער אויסשטעלונג (אין דער גאַלעריע "דן" אין תּל־אבֿיבֿ) געמאָלט אין טיף־טונקעלע ביז שוואַרצע פֿאַרבן.אויך אַנדערע מאָטיוון פֿון דער אַמאָליקער היים און פֿון זייַנע פֿריִערדיקע מאָלערייַען שלטיקע מאָלער פֿלעכט דער קינסטלער אַרייַן אין זייַנע איצטיקע שאַפֿונגען, ווי למשל, די ריב־אייַזנס און די געלעכערטע כּלים, וואַס פֿליִען איבער די שוואַרצע וואַגאָנען; ליאין ער קינסטלער און — אפֿשר גאָר פֿארבינדט ער די וואַגאָנען פֿון זייַן קינדהייט מיטן שלום־צוג פֿון הייַנט, איבער וועלכן עס ראָיען מיט אימה די שוואַרצע רויב־פֿייגל? (לעבנס־פֿראַגן2008.01-02)