1.
די מעשׂיות פֿון הערשל זומערווינט      מאַנגער איציק           
זיי האָבן גערייכערט מאַכאָרקע און געטרונקען ווייַן. איינס און צוויי איז הערשל געווען אַן אָנגעטוענער. ער האָט זיך געוואַשן, אָפּגעדאַוונט אויף איין פֿוס, דערנאָך אייַנגעשפּאַנט דאָס פֿערדל. זלמן דער שענקער האָט אים געהאָלפֿן אַרויפֿלייגן דאָס פֿעסל ווייַן אויפֿן וואָגן. — וויאָ, קאַשטאַן! פֿאַרן אָפּפֿאַרן האָט זיך באַוויזן זיסלאויף אַלע ייִדיש קינדער”,מיט אַ פּעקל אין דער האַנט. דאָס האָט זי אים מיטגעגעבן עסן אויפֿן וועג: אַ קלייניקייט, אַ גאַנצן טאָג פֿאַרן; מען דאַרף עפּעס נעמען אין מויל אַרייַן; ערשט פֿאַרנאַכט צו וועט ער מיט גאָטס הילף אָנקומען אַהיים.



Print version | Save to file