1.איינס און צוויי איז הערשל געווען אַן אָנגעטוענער.ער האָט זיך געוואַשן, אָפּגעדאַוונט אויף איין פֿוס, דערנאָך אייַנגעשפּאַנט דאָס פֿערדל.{זלמן} דער שענקער האָט אים געהאָלפֿן אַרויפֿלייגן דאָס פֿעסל ווייַן אויפֿן וואָגן.— וויאָ, קאַשטאַן!פֿאַרן אָפּפֿאַרן האָט זיך באַוויזן זיסל “אויף אַלע ייִדיש קינדער”,מיט אַ פּעקל אין דער האַנט. (מאַנגער איציק, די מעשׂיות פֿון הערשל זומערווינט)