1.
אייַזיק מאיר דיק      מאַנגער איציק           
זיי, די פֿרומע ייִדן, וואָלטן אים געענטפֿערט, און נאָך ווי אַזוי געענטפֿערט, ווען נישט אַ פּאַסירונג, וואָס האָט אַלעמען צעטרייסלט און געמאַכט פֿאַרגעסן אים דעם ביז נאָר וואָס געפֿירטן שמועס. אין לייבוש קאַמינסקיס שטוב האָבן זיך איבערגעשריגן קולות. ער, רב לייבוש קאַמינסקי, האָט געשריגן׃ „ס׳וועט זייַן אַזוי ווי איך וויל“. זייַן ווייַב, די אשה צנועה פּערעלע, האָט זיך געבעטן׃ „נאָר נישט מיט כּעס, לייבוש, ביז איבערמאָרגן וועט זי זיך נאָך איבערטראַכטן, זי איז אַ געטרייַע טאָכטער און וועט טאָן וואָס טאַטע־מאַמע וועט הייסן“... די טאָכטער האָט אָבער געוויינט און וויינענדיק געשריגן׃ „ניין, ניין, ניין!



Expand   Print version | Save to file