1.
דער ייִדישער קעניג ליר      קטלא קניא           
דערנאָך האָט ער אַרויסגענומען דעם של־ראָש, ער האָט געטאַפּט דעם קאָפּ און אָנגעכאַפּט דעם ווייַסן קאַפּל וואָס אין דעם פֿלעג ער גיין בלויז יום קודש. דאָס האָט ער געהאַט בירושה פֿונעם רבין. דאָס האָט אַ ציפּ געטאָן. בייַ ר׳ אפֿרים איז דער רבי געווען מער פֿונעם באַשאַפֿער. די ד פּרשיות האָבן זיך שוין נישט געזאָגט ווי ער האָט געמיינט. די תּפֿילין זענען אויף אים שווער געוואָרן ווי אַ לאַסט. ער האָט פֿאַרגעסן פֿאַרוואָס ער שטייט מיט זיי און וואָס ער האָט געמיינט דערמיט אויפֿצוטאָן.



Print version | Save to file