1.
פֿאָרווערטס            2007.03.30     
דאָס איז בולט אין דער מעשׂה "בילגאָרײַ", וואָס שילדערט די שטאָט און די אַרומיקע געגנט פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ בחור, וועלכער זעט דאָס אָרט צום ערשטן מאָל. ער קומט אַהין נאָך אַ לאַנגער רײַזע און אַנטפּלעקט, אַז בילגאָרײַ איז ניט סתּם אַ שיינע, רויִקע און זאַטע שטאָט (להיפּוך צו וואַרשע, וווּ עס הערשן הונגער און אומעט), נאָר דערצו נאָך אַן אָרט, וווּ ער הערט אויף צו פֿילן זיך ליידיק.
אין וואַרשע איז ער געווען גאַנץ פֿרעמד צווישן זײַנע חבֿרים: זײַן טאַטע איז געווען אַ רבֿ, בעת אַנדערע פֿאָטערס האָּבן געהאַט ראַיעלע פּרנסות. ער האָט זיך געשעמט מיט זײַן מאַמעס נאָמען בת־שבֿע, וואָס האָט דערמאָנט אָן דער ליבע־מעשׂה צווישן דוד המלך און דער פֿרוי פֿון אוריה החתּי. ער האָט אויסגעזען אַנדערש, מיט זײַנע העל־רויטע האָר און פּאות.



Expand   Print version | Save to file