1.ער קומט אַהין נאָך אַ לאַנגער רײַזע און אַנטפּלעקט, אַז בילגאָרײַ איז ניט סתּם אַ שיינע, רויִקע און זאַטע שטאָט (להיפּוך צו וואַרשע, וווּ עס הערשן הונגער און אומעט), נאָר דערצו נאָך אַן אָרט, וווּ ער הערט אויף צו פֿילן זיך ליידיק. אין וואַרשע איז ער געווען גאַנץ פֿרעמד צווישן זײַנע חבֿרים: זײַן טאַטע איז געווען אַ רבֿ, בעת אַנדערע פֿאָטערס האָּבן געהאַט ראַיעלע פּרנסות.ער האָט זיך געשעמט מיט זײַן מאַמעס נאָמען בת־שבֿע, וואָס האָט דערמאָנט אָן דער ליבע־מעשׂה צווישן דוד המלך און דער פֿרוי פֿון אוריה החתּי. (פֿאָרווערטס2007.03.30)