1.
פֿאָרווערטס            2008.02.01     
אין בוך, וואָס פֿאַרנעמט בײַ 400 זײַטלעך זײַנען אײַנגעשלאָסן צוויי ראָמאַנען און צוויי גרעסערע דערציילונגען. ניט מער ווי מיט עטלעכע יאָר פֿריִער האָט דער אָדעסער פֿאַרלאַג "מאַיאַק" (לײַכטטורעם) געדרוקט ניט קיין גרויסע ייִדישע ביכער. דאָרט איז בײַ ליזענען דערשינען אַ זאַמלונג לידער "ליכט־און־שאָטן", 1995; "אַמאָל איז געווען אַ מלך", זעקס באַלאַדעס, 1996 און "דער בלינדער פֿאַטום", באַלאַדע, 1997. בלויז אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט הונדערט צוואַנציק דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, אַרטיקלען.
וועגן פּובליקאַציעס האָט מען געקענט יאָ און ניט דערמאָנען, נאָר הערט וויפֿל ליזענס ווערק זײַנען פֿאַרבליבן אין כּתבֿ־ידן און גאָט ווייסט, צי וועלן זיי נאָך ווען ניט איז געדרוקט ווערן. דאָס זײַנען ראָמאַנען: "איינזאַמע נשמות"; "אַ וועלט פֿון שוים"; "עפּעס אַ בענטשיק" און "די שוואַרצע רויז" (חוץ דעם ערשטן טייל). אַזאַ שרײַבערישע פּראָדוקטיווקייט (אין גרונט גענומען אַ געלונגענע), דאַכט זיך מיר, וואָלט געווען גענוג פֿאַר צוויי און אפֿשר מער לעבנס.



Print version | Save to file