1.
פֿאָרווערטס            2008.06.06     
מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
Michael Stanislawski. A Murder in Lemberg: Politics, Religion, and Violence in Modern Jewish History. Princeton: Princeton University Press, 2007.
דעם 6 טן סעפּטעמבער פֿון 1848 איז אין לעמבערג פּלוצעם געשטאָרבן דער באַקאַנטער ליבעראַלער ראַבינער אַבֿרהם כהן (קאָן). די עסטרײַכישע פּאָליציי האָט גלײַך חושד געווען אַ מאָרד און געכאַפּט עטלעכע פֿרומע ייִדן. מען האָט גיך פֿעסטגעשטעלט, אַז איינער אָּבֿרהם בער פּילפּעל האָט זיך אַ ווײַלע געדרייט אין דער קיך פֿון כּהנס דירה, בעת די קעכין האָט געקאָכט דאָס מיטיק־עסן. מען איז געווען זיכער, אַז פּילפּעל האָט אַרײַנגעגאָסן אַרסעניק אינעם טעפּל מיט זופּ, וואָס האָט אָפּגעסמט די גאַנצע משפּחה.



Print version | Save to file