1.
פֿאָרווערטס            2008.02.29     
אין אַ יאָר אַרום לאָזט ער זיך אין אַ ווײַטן וועג אַרײַן: קיין ביראָבידזשאַן. דאָרטן פֿירט ער אָן מיט אַ קאָלווירט (קאָלכאָז), דערנאָךמיטן היגן ייִדישן טעאַטער. זײַן פּאָעטיש זאַמלבוך "בירעבידזשאַנבוי" איז אַרויס אין 1932. דאָס איז געווען דאָס ערשטע קינסטלערישע בוך אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ביראָבידזשאַן (תּחילת האָט מען אָפֿט גענוצט דעם אויסלייג "בירעבידזשאַן"). צו יענער צײַט האָבן אין ביראָבידזשאַן געלעבט אויך דעם דיכטערס עלטערן. הענעך קאַזאַקעוויטש האָט ביז 1935, ווען ער איז געשטאָבן, רעדאַגירט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".
אין 1940 האָט דער סאָוועטישער שרײַבער-פֿאַראיין אָנגענומען ווי מיטגלידער דרײַ ביראָבידזשאַנער ייִדישע שרײַבער: עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש, בוזי מילער (זייקאַזאַקעוויטש און מילערהאָבן זיך געחבֿרט נאָך אין כאַרקאָוו), און אַהרן ווערגעליס, דער סאַמע יונגער צווישן זיי.



Print version | Save to file