1.דאָרטן פֿירט ער אָן מיט אַ קאָלווירט (קאָלכאָז), דערנאָך — מיטן היגן ייִדישן טעאַטער.זײַן פּאָעטיש זאַמלבוך "בירעבידזשאַנבוי" איז אַרויס אין 1932.דאָס איז געווען דאָס ערשטע קינסטלערישע בוך אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ביראָבידזשאַן (תּחילת האָט מען אָפֿט גענוצט דעם אויסלייג "{בירעבידזשאַן}").צו יענער צײַט האָבן אין ביראָבידזשאַן געלעבט אויך דעם דיכטערס עלטערן.הענעך קאַזאַקעוויטש האָט ביז 1935, ווען ער איז געשטאָבן, רעדאַגירט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן". (פֿאָרווערטס2008.02.29)