1.
פֿאָרווערטס            2007.05.11     
די אָנטיילנעמער וועט מען מהנה זײַן מיט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער ׳קהלת טעאַטער־טרופּע׳, ספּעציעלע עקסקורסיעס וועלן פֿירן די קורסאַנטן אויף ייִדישע ערטער, וואָס געפֿינען זיך אין דער הויפּטשטאָט פֿון דער אויטאָנאָמער געגנט, דעם נײַעם בית־הכּנסת, קאָמונאַלן צענטער, די אַלטע שיל, דעם געשלאָסענעם ייִדישן בית־עולם און דענקמעלער פֿון ייִדישע שרײַבער. די אָנטיילנעמער וועלן אויך מאַכן אַן אויספֿלוג צו דער נאָענסטער שטאָט ׳כאַבאַראָווסק׳, וואָס איז דער צענטער פֿון רוסישן ווײַטן מזרח. מיר וועלן אויך באַזוכן די כינעזישע שטאָט כאַרבין, דעם צענטער פֿון מאַנדזשוריע. די שבתדיקע מאכלים (פּראַווען טיש) וועט מען עסן אינעם לאָקאַלן ׳ייִדישן קאָמונאַלן צענטער׳".
אונטערגעשריבן, ד״ר באָריס קאָטלערמאַן, רינה קאָסטאַ צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס, בר־אילן אוניווערסיטעט, און אויך חנן באָרדין, ייִדישע אָפּטיילונג פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.



Expand   Print version | Save to file