1.די אָנטיילנעמער וועלן אויך מאַכן אַן אויספֿלוג צו דער נאָענסטער שטאָט ׳כאַבאַראָווסק׳, וואָס איז דער צענטער פֿון רוסישן ווײַטן מזרח.מיר וועלן אויך באַזוכן די כינעזישע שטאָט כאַרבין, דעם צענטער פֿון מאַנדזשוריע.די שבתדיקע מאכלים (פּראַווען טיש) וועט מען עסן אינעם לאָקאַלן ׳ייִדישן קאָמונאַלן צענטער׳". (פֿאָרווערטס2007.05.11)