1.
פֿאָרווערטס
2006.12.15
אונדזער
פּרשה
דערציילט
וועגן
יוספֿס
פּאַסירונגען
און
אומוואַנדלונגען
פֿון
זינט
ער
איז
אַוועקגענומען
געוואָרן
פֿון
זײַן
פֿאָטערס
היים
און
זײַן
פֿאַרקויפֿט
ווערן
ווי
אַ
קנעכט
,
ביז
זײַן
דערהייבונג
באַשטימט
צו
ווערן
ווי
דער
משנה
־
למלך
פֿון
מצרים
.
אַז
מ
׳
טראַכט
זיך
אַרײַן
אין
די
אַלע
געשעענישן
מיט
יוסף
הצדיק
,
געפֿינט
מען
אַ
מערקווירדיקע
זאַך
,
אַז
פֿאַקטיש
שפּיגלט
זיך
אָפּ
אין
זיי
דער
לעבנס
־
גאַנג
פֿון
ייִדישן
פֿאָלק
אין
דער
וועלט
,
ווי
מיר
זעען
עס
אין
די
ווערטער
פֿון
אַ
פּסוק
אין
תּהילים
(
פּ
,
ב
): "
נוהג
כצאן
יוסף
" —
דער
אויבערשטער
פֿירט
יוספֿן
(
מיינענדיק
דאָס
ייִדישע
פֿאָלק
)
ווי
אַ
פּאַסטעך
זײַן
שאָף
.
לאָמיר
אַרײַנבליקן
אין
יוסף
הצדיקס
לעבנס
־
פּאַסירונגען
און
מיר
וועלן
זיך
איבערצײַגן
,
אַז
זיי
זײַנען
סימבאָליש
פֿאַרן
לעבנס
־
שטייגער
פֿון
יעדן
ייִדן
.
אין
אָנהייב
האָט
יוסף
הצדיק
געהאַט
אַ
גליקלעכע
קינדהייט
און
יוגנט
אַרום
דעם
טאַטן
אין
זײַן
הויז
אין
ארץ
־
ישׁראל
.
ער
איז
געווען
בײַם
פֿאָטער
דער
באַליבטסטער
זון
צווישן
אַלע
זין
און
האָט
אַזוי
אַרום
גענאָסן
פֿון
אַ
באַזונדערס
וואַרעם
פֿאָטערלעכער
באַציִונג
מצד
יעקבֿ
אָבֿינו
,
זײַן
פֿאָטער
.
יעקבֿ
האָט
פֿאַר
זײַן
באַליבטסטן
זון
געמאַכט
אַ
ספּעציעל
טײַערן
מלבוש
און
האָט
מיט
אים
געלערנט
תּורה
טאָג
און
נאַכט
(
וואָס
זײַנע
אַנדערע
ברידער
האָבן
דערפֿון
נישט
געקאָנט
געניסן
,
ווײַל
זיי
האָבן
געדאַרפֿט
פּאַשען
דעם
טאַטנס
שאָף
און
זײַנען
ווייניק
געווען
אין
דער
היים
).
בײַ
יוספֿן
איז
דאָס
געווען
די
סאַמע
גליקלעכסטע
צײַט
.
Print version
|
Save to file