1.
פֿאָרווערטס            2006.12.15     
אַז מ׳טראַכט זיך אַרײַן אין די אַלע געשעענישן מיט יוסף הצדיק, געפֿינט מען אַ מערקווירדיקע זאַך, אַז פֿאַקטיש שפּיגלט זיך אָפּ אין זיי דער לעבנס־גאַנג פֿון ייִדישן פֿאָלק אין דער וועלט, ווי מיר זעען עס אין די ווערטער פֿון אַ פּסוק אין תּהילים (פּ, ב): "נוהג כצאן יוסף" — דער אויבערשטער פֿירט יוספֿן (מיינענדיק דאָס ייִדישע פֿאָלק) ווי אַ פּאַסטעך זײַן שאָף.
לאָמיר אַרײַנבליקן אין יוסף הצדיקס לעבנס־פּאַסירונגען און מיר וועלן זיך איבערצײַגן, אַז זיי זײַנען סימבאָליש פֿאַרן לעבנס־שטייגער פֿון יעדן ייִדן.
אין אָנהייב האָט יוסף הצדיק געהאַט אַ גליקלעכע קינדהייט און יוגנט אַרום דעם טאַטן אין זײַן הויז אין ארץ־ישׁראל. ער איז געווען בײַם פֿאָטער דער באַליבטסטער זון צווישן אַלע זין און האָט אַזוי אַרום גענאָסן פֿון אַ באַזונדערס וואַרעם פֿאָטערלעכער באַציִונג מצד יעקבֿ אָבֿינו, זײַן פֿאָטער. יעקבֿ האָט פֿאַר זײַן באַליבטסטן זון געמאַכט אַ ספּעציעל טײַערן מלבוש און האָט מיט אים געלערנט תּורה טאָג און נאַכט (וואָס זײַנע אַנדערע ברידער האָבן דערפֿון נישט געקאָנט געניסן, ווײַל זיי האָבן געדאַרפֿט פּאַשען דעם טאַטנס שאָף און זײַנען ווייניק געווען אין דער היים).



Expand   Print version | Save to file