1.לאָמיר אַרײַנבליקן אין יוסף הצדיקס לעבנס־פּאַסירונגען און מיר וועלן זיך איבערצײַגן, אַז זיי זײַנען סימבאָליש פֿאַרן לעבנס־שטייגער פֿון יעדן ייִדן. אין אָנהייב האָט יוסף הצדיק געהאַט אַ גליקלעכע קינדהייט און יוגנט אַרום דעם טאַטן אין זײַן הויז אין ארץ־ישׁראל.ער איז געווען בײַם פֿאָטער דער באַליבטסטער זון צווישן אַלע זין און האָט אַזוי אַרום גענאָסן פֿון אַ באַזונדערס וואַרעם פֿאָטערלעכער באַציִונג מצד יעקבֿ אָבֿינו, זײַן פֿאָטער. (פֿאָרווערטס2006.12.15)