1.
פֿאָרווערטס            2006-2010     
צום סוף פֿונעם "געוויינטעלכן טעקסט", האָט מען צוגעגעבן גאַנצע סטראָפֿעס; אָפֿט זייער בילדערישע און האַרציקע, למשל:
גאָט פֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ,
באַהיט כּל־ישׂראל אין דײַנעם לויב.דער ליבער שבת־קודש גייט אַוועק,
און די ליבע וואָך קומט אָן
צו געזונט, צו לעבן, צו מזל, צו הצלחה, צו ברכה,
צו עושר, צו כּבֿוד, צו תּורה, צו צדקה, צו מעשׂים־טובֿים,
צו אַלעם גוטן געווין;
צו אַ דערפֿרייונג, צו אַ דערלייזונג,
צו אַ שפּײַזונג, צו דערנערונג,פֿון דיר, ברוך־הוא, אַליין,
אָמן, אָמן, אָמן!
נעמט ער דעם בעכער אין דער רעכטער האַנט
און מאַכט די ברכה איבערן גאַנצן לאַנד
נאָך אַזוי הויך, נאָך אַזוי שיין,
אַז כּל־ישׂראלס קינדערלעך זאָלן זאָגן אמן.
(פֿאַרשריבן פֿון רחל מאַרקוס, 50 יאָר אַלט, וואַרשע)
דער נוסח גייט נאָך ווײַטער, צוויי מאָל אַזוי לאַנג.



Expand   Print version | Save to file