1.
פֿאָרווערטס            2009.03.06     
די פֿיגור פֿון מרדכי הצדיק האָט מען פֿאָרגעשטעלט ווי אַ נאַר, אָפֿט מאָל פֿאַרבונדן מיט אַ האַרלעקין־טיפּ. די פֿראַנקפֿורטער קהילה איז געוואָרן אַזוי אויפֿגערעגט צוליב געוויסע וווּלגאַרע טיילן אין דער שפּיל, אַז מע האָט פֿאַרברענט די געדרוקטע אויסגאַבע.
אין די פּראָגער פּורים־שפּילן פֿונעם 18 טן יאָרהונדערט איז מרדכי הצדיק נאָך אַלץ געווען אַ קאָמישע פֿיגור, און מע זעט פֿונעם טעקסט, אַז די שפּילער האָבן אַ סך אימפּראָוויזירט. די באַקאַנטע פֿיגור פֿונעם "לויפֿער", קען מע שוין געפֿינען אין דער צײַט אויך. אין די דײַטש־ייִדישע שפּילן איז מרדכי געוואָרן מער ערנסט מיט דער צײַט, אָבער אין מיזרח־אייראָפּע איז די טראַדיציע פֿון אַ קאָמישן, אָדער נאַרישן מרדכי געבליבן (אין איציק מאַנגערס "מגילה־לידער" ווערט מרדכי הצדיק אויך נישט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ העלד, נאָר ווי דער אַלטער פֿעטער פֿון אסתּר המלכּה).



Expand   Print version | Save to file