1.
פֿאָרווערטס            2007.04.06     
דווקא דאָרטן, אינעם מידבר, ווען ייִדן האָבן באַקומען די תּורה און האָבן זיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי צו פֿירן זיך לשם־שמים, זענען זיי געוואָרן "מלכים"; און דווקא דאָרטן, אינעם מידבר, אָן קיין סטאַבילן היימאָרט און לעבנס־שטייגער, אָבער פֿרײַ און טיף באַגײַסטערט, זענען זיי געוואָרן אַ פֿאָלק.
דער חג־הפּסח הייסט "זמן־חרותנו" — די צײַט פֿון אונדזער פֿרײַהייט. די טעמע פֿון פֿרײַהייט ווערט כּסדר דערמאָנט אין דער הגדהצומאָל בפֿירוש, צומאָל טיף באַהאַלטן אינעם באַדײַט פֿון די ווערטער. בײַם סדר דערמאָנען מיר פֿיר סאָרטן ייִדן: אַ חכם, אַ רשע, אַ תּם און "דער, וואָס ווייסט נישט, ווי אַזוי צו פֿרעגן". דער חכם פֿרעגט: "וואָס זענען די דאָזיקע באַפֿעלן און געזעצן, וואָס דער אייבערשטער האָט אײַך געגעבן"?; דערנאָך פֿרעגט דער רשע: "וואָס איז פֿאַר אײַך די דאָזיקע עבֿודה"? אין דער הגדה שטייט, אַז דעם רשע זאָל מען "צעברעכן די ציינער" (דאָס הייסט, "פֿאַרשטאָפּן דעם פּיסק") — פֿאַר דעם, וואָס ער האָט געזאָגט "פֿאַר אײַך, און נישט פֿאַר אים".
די פֿראַגע פֿונעם רשע קלינגט, אָבער, כּמעט פּינקטלעך אַזוי, ווי די פֿראַזע פֿונעם חכםבלויז אויסגעדריקט אַ ביסל אַנדערש.



Print version | Save to file