1.די טעמע פֿון פֿרײַהייט ווערט כּסדר דערמאָנט אין דער הגדה — צומאָל בפֿירוש, צומאָל טיף באַהאַלטן אינעם באַדײַט פֿון די ווערטער.בײַם סדר דערמאָנען מיר פֿיר סאָרטן ייִדן: אַ חכם, אַ רשע, אַ {תּם} און "דער, וואָס ווייסט נישט, ווי אַזוי צו פֿרעגן".דער חכם פֿרעגט: "וואָס זענען די דאָזיקע באַפֿעלן און געזעצן, וואָס דער אייבערשטער האָט אײַך געגעבן"?; דערנאָך פֿרעגט דער רשע: "וואָס איז פֿאַר אײַך די דאָזיקע עבֿודה"? (פֿאָרווערטס2007.04.06)