1.
פֿאָרווערטס            2008.02.01     
די טעמאַטיק פֿון "גאָסעט" איז אויך געווען לאַוו-דווקא ייִדישע: די בעסט־באַקאַנטע מיכאָעלסעס שאַפֿונג איז דאָך געווען שעקספּירס פּיעסע "דער קיניג ליר", וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדן. דער ענטפֿער איז פּשוט: "גאָסעט", אַזוי ווי אַלע נאַציאָנאַלע טעאַטערס אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט געשפּילט אויף דער נאַציאָנאַלער שפּראַךייִדיש; זײַן גרויסע ראָלע איז באַשטאַנען דווקא אינעם אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך־קולטור.
מיט אַ פּאָר טעג פֿאַרן פֿעסטיוואַל האָט דמיטרי יאַקירעוויטש, אַ ייִדישער קולטור-טוער אין ישׂראל, פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ביטערן אַרטיקל וועגן די הײַנטיקע ייִדישע קולטור־פֿעסטיוואַלן, וועלכע ער האָט פֿאַרגליכן מיט "פּאָטיאָמסקיס דערפֿער" — פֿאַלשע קאַמופֿלאַזש־דערפֿער, וועלכע דער רוסישער גראַף פּאָטיאָמקין האָט אַמאָל, לויט דער לעגענדע, אויפֿגעשטעלט, כּדי צו מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף דער קיניגין יעקאַטערינע די צווייטע; די לעגענדאַרע פֿאַלשע דערפֿער דינען אין רוסלאַנד ווי אַ סימבאָל פֿון אויסטערלישער פֿאַלשקייט. יאַקירעוויטש האָט געטענהט, אַז ס׳רובֿ הײַנטיקע אַזוי־גערופֿענע "ייִדישע" פֿעסטיוואַלן האָבן נישט קיין מינדסטן שײַכות צו ייִדיש, ווי אויך צו דער אויטענטישער ייִדישער קולטור; דער מחבר האָט באַטאָנט, אַז אַפֿילו אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות, האָבן די ייִדישע אונטערנעמונגען געהאַט דווקא אַ ייִדישן טעם. דער מחבר האָט זיך אַפֿילו ניט דערוואַרט ביזן אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל, און האָט "פֿאַראורטיילט" אַלע אַזעלכע אונטערנעמונגען פֿון פֿריִער.



Expand   Print version | Save to file