1.
פֿאָרווערטס            2007.12.07     
זי איז די בעסטע פֿרוי און די בעסטע מאַמע פֿאַר אונדזערע דרײַ קינדער. אונדזער ייִנגסטע קינד איז ערשט אַוועק אין קאַלעדזש און מײַן פֿרוי איז געוואָרן אין גאַנצן צעמישט און צעטראָגן. זי האַלט, אַז זי האָט פֿאַרלוירן איר ציל אין לעבן און וויל אַדאָפּטירן אַ קינד פֿון כינע! איך וויל פּשוט מיר זאָלן ביידע הנאה האָבן פֿון אונדזערע פּענסיעס צוזאַמען. ווי קען איך איר העלפֿן?



Expand   Print version | Save to file