1.
פֿאָרווערטס            2007.09     
וואָס יאָ, די תּלמידים אין די אָרטיקע שולן פּרוּוון אויספֿאָרשן די פֿאַרגאַנגענהייט פֿון דער געגנט.
מע פֿילט ניט קיין אַנטיסעמיטיזם אויף דער גאַס. די מיליץ דאַרף ניט באַוואַכן די ייִדישע בנינים. די ביראָבידזשאַנער האָבן אונדז באַגריסט מיט אַ וואַרעמען — "שלום". די מענטשן זענען ראַיעל און טאַקע פֿרײַנדלעך.
דער ביראָבידזשאַנער זומער־קורס האָט געעפֿנט בלויז אַ פֿענצטערל פֿון דער ביראָבידזשאַנער ייִדישער קולטור פֿאַר די אָרטיקע און אויסלענדנישע סטודענטן. איצטער דאַרף מען האָפֿן, אַז מע וועט עס עפֿענען ברייטער, און ניט פֿאַרשליסן.



Print version | Save to file