1.בפֿרט, נאָך די נײַע אַנטי־ייִדישע צאַרישע דעקרעטן פֿון 1882, ווען אַ סך ייִדן האָבן מער ניט געזען קיין אויסזיכטן אויף אַ סטאַביל לעבן אין דער אַלטער היים און באַשלאָסן צו עמיגרירן.איין כוואַליע האָט געצויגן נאָך זיך אַן אַנדערע, און אַזוי אַרום האָט זיך כּמעט יעדער דריטער רוסישער ייִד אַריבערגעקליבן אין דער "גאָלדענער מדינה". דאָס רובֿ אימיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט אין די גרויסע שטעט אויף דעם מיזרח־ברעג פֿון די {פֿאַראייניקטע} שטאַטן, דער עיקר, אין ניו־יאָרק.דער מצבֿ דאָ איז געווען אין גאַנצן אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט דעם שטעטל, און מען האָט זיך געדאַרפֿט צופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען פֿון דער אינדוסטריעלער געזעלשאַפֿט.דער אַלטער טראַדיציאָנעלער ייִדישער לעבנס־שטייגער האָט ניט געהאַט קיין קלאָרע גרענעץ צווישן רעליגיע און טאָג־טעגלעכקייט, צווישן אַרבעט און פֿרײַער צײַט, צווישן דעם יחיד און דעם כּלל. (פֿאָרווערטס2006-2010)