1.
פֿאָרווערטס            2008.08.08     
"דער אויטאָ וועט אַרויספֿליִען פֿון אײַער היים און וועט אײַך אַליין ברענגען וווּהין איר ווילט".
אינעם יאָר 1982 האָט קלײַוו סינקלער אויסגעאַרבעט דעם קאָמפּיוטער "ZX Spectrum", וועלכער האָט געקאָסט בלויז 125־175 ענגלישע פֿונטן, און געטויגט פֿאַר כּלערליי צוועקןפֿון שפּילערײַען ביז גאַנץ ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע חשבונות. זײַן קאָמפּיוטער האָט געוווּנען אַ גרויסע פּאָפּולאַריטעט אין אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע, וווּ ער פֿלעגט פּראָדוצירט ווערן דורך דער פֿירמע "Timex". די ענגלישע קיניגין האָט באַלוינט דעם דערפֿינדער מיט אַ ריטערשאַפֿט-טיטל.
צוליב דעם נידעריקן פּרײַז און דער ריזיקער ברירה פֿון פּראָגראַמען, זענען די "סינקלערס", ווי מע פֿלעגט אים רופֿן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, געוואָרן זייער פּאָפּולער הינטער דעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג". די סאָוועטישע דערפֿינדער האָבן אינגאַנצן איבערגעמאַכט די סכעמע פֿונעם קאָמפּיוטער, און זיך דערטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן אים מאַכן נאָך ביליקער. טויזנטער סאָוועטישע ראַדיאָ-ליבהאָבער פֿלעגן צונויפֿשטעלן די דאָזיקע קאָמפּיוטערס בײַ זיך אין דער היים.



Print version | Save to file