1.אינעם יאָר 1982 האָט קלײַוו סינקלער אויסגעאַרבעט דעם קאָמפּיוטער "ZX Spectrum", וועלכער האָט געקאָסט בלויז 125־175 ענגלישע פֿונטן, און געטויגט פֿאַר כּלערליי צוועקן — פֿון שפּילערײַען ביז גאַנץ ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע חשבונות.זײַן קאָמפּיוטער האָט געוווּנען אַ גרויסע פּאָפּולאַריטעט אין אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע, וווּ ער פֿלעגט פּראָדוצירט ווערן דורך דער פֿירמע "Timex".די ענגלישע {קיניגין} האָט באַלוינט דעם דערפֿינדער מיט אַ ריטערשאַפֿט-טיטל. צוליב דעם נידעריקן פּרײַז און דער ריזיקער ברירה פֿון פּראָגראַמען, זענען די "סינקלערס", ווי מע פֿלעגט אים רופֿן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, געוואָרן זייער פּאָפּולער הינטער דעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג".די סאָוועטישע דערפֿינדער האָבן אינגאַנצן איבערגעמאַכט די סכעמע פֿונעם קאָמפּיוטער, און זיך דערטראַכט, ווי אַזוי מע קאָן אים מאַכן נאָך ביליקער. (פֿאָרווערטס2008.08.08)