1.זײַן קאָמפּיוטער האָט געוווּנען אַ גרויסע פּאָפּולאַריטעט אין אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע, וווּ ער פֿלעגט פּראָדוצירט ווערן דורך דער פֿירמע "Timex".די ענגלישע {קיניגין} האָט באַלוינט דעם דערפֿינדער מיט אַ ריטערשאַפֿט-טיטל. צוליב דעם נידעריקן פּרײַז און דער ריזיקער ברירה פֿון פּראָגראַמען, זענען די "סינקלערס", ווי מע פֿלעגט אים רופֿן אינעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, געוואָרן זייער פּאָפּולער הינטער דעם "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג". (פֿאָרווערטס2008.08.08)