1.
פֿאָרווערטס            2006-2010     
אין די 1930 ער יאָרן, אין די טעג פֿון מאַסן־רייניקונג, האָט זיך אַנטיסעמיטיזם סיסטעמאַטיש פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ געזעץ־ברעכונג צו אַ פֿאַקטיש אָפֿיציעלער סאָוועטישער פּאָליטיק.
נאָכן קומען פֿון היטלערן צו דער מאַכט אין דײַטשלאַנד האָט זיך געהויבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ שטילע ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור. אַ סך ייִדישע קולטורעלע אינסטאַנצן זענען פֿאַרמאַכט געוואָרן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זענען פֿולשטענדיק ליקווידירט געוואָרן נאָך דער מלחמה. דעריבער איז די רעדע פֿון אַנדריי גראָמיקאָ, דעם פֿאָרשטייער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין פֿעלקער־פֿאַראיין, דעם 14 טן מײַ 1947, געווען אַן איבערראַשונג. גראָמיקאָ האָט פֿאָרגעשלאָגן צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל אַן אומאָפּהענגיקע דעמאָקראַטישע אַראַביש־ייִדישע מדינה און אויב דאָס וועט זײַן אוממעגלעך צוליב די צעשטערטע באַציִונגען צווישן די אַראַבער און די ייִדן, זאָל ארץ־ישׂראל צעטיילט ווערן אויף צוויי מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.



Expand   Print version | Save to file