1.
פֿאָרווערטס            2009.04     
נאָכן סוף פֿון סטאַלינס ממשלה איז ניט פֿאַרבליבן קיין איין אינסטיטוציע פֿון ייִדישער קולטור, אַ חוץ דער גאָר שוואַכער צײַטונגביראָבידזשאַנער שטערן". צענדליקער ייִדישע קולטור-טוער זײַנען אומגעקומען אין די טורמעס און לאַגערן. די סאָוועטישע מנהיגים האָבן געוואָלט אויסנוצן דעם מצבֿ און באַגרענעצן די ייִדישע קולטור-טעטיקייט מיט ביראָבידזשאַן. די לאָגיק איז געווען אַזאַ: די אוקראַיִנער האָבן אוקראיִנע, די גרוזינער האָבן גרוזיע, און די ייִדן זאָלן האָבן ביראָבידזשאַן.
אָבער די דאָזיקע סכעמע האָט מען, פֿון דעסטוועגן, ניט רעאַליזירט. ביראָבידזשאַן האָט כּמעט קיין קולטור-כּוחות ניט פֿאַרמאָגט. ס׳רובֿ ייִדישע ליטעראַטן האָבן געוווינט אין אַזעלכע שטעט ווי מאָסקווע, קיִעוו, אָדעס, קעשענעוו, ווילנע, מינסק און טשערנאָוויץ.



Print version | Save to file