1.די סאַמע ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די ייִדן און דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט מער ווי איין טויזנט יאָר צוריק.זינט דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן די ייִדן און {סלאַוון} אַן אינטענסיוון קולטורעלן דיאַלאָג.אָבער ביז לעצטנס איז דאָס געביט פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען פֿאַרבליבן אויף דעם ראַנד פֿון סײַ ייִדישע, סײַ סלאַווישע פֿאָרשונגען. (פֿאָרווערטס2008.01.04)