1.די סאַמע ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די ייִדן און דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט מער ווי איין טויזנט יאָר צוריק.זינט דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן די ייִדן און סלאַוון אַן אינטענסיוון קולטורעלן דיאַלאָג.אָבער ביז לעצטנס איז דאָס געביט פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען פֿאַרבליבן אויף דעם ראַנד פֿון סײַ ייִדישע, סײַ סלאַווישע פֿאָרשונגען. (פֿאָרווערטס2008.01.04)