1.
פֿאָרווערטס
2008.01.04
אָלגאַ
בעלאָוואַ
,
וולאַדימיר
פּעטרוכין
.
דער
ייִדישער
מיטאָס
אין
דער
סלאַווישער
קולטור
.
ירושלים
,
מאָסקווע
׃
גשרים
,
2007
.
די
סאַמע
ערשטע
קאָנטאַקטן
צווישן
די
ייִדן
און
דער
סלאַווישער
באַפֿעלקערונג
פֿון
מיזרח
־
אייראָפּע
זײַנען
פֿאָרגעקומען
מיט
מער
ווי
איין
טויזנט
יאָר
צוריק
.
זינט
דעמאָלט
און
ביזן
הײַנטיקן
טאָג
פֿירן
די
ייִדן
און
סלאַוון
אַן
אינטענסיוון
קולטורעלן
דיאַלאָג
.
אָבער
ביז
לעצטנס
איז
דאָס
געביט
פֿון
ייִדיש
־
סלאַווישע
קולטורעלע
באַציִונגען
פֿאַרבליבן
אויף
דעם
ראַנד
פֿון
סײַ
ייִדישע
,
סײַ
סלאַווישע
פֿאָרשונגען
.
ערשט
אין
די
לעצטע
צענדליק
יאָר
האָבן
זיך
די
געלערנטע
אין
פֿאַרשידענע
לענדער
—
רוסלאַנד
,
פּוילן
,
דײַטשלאַנד
,
ישׂראל
און
אַמעריקע
—
גענומען
פֿאַר
סיסטעמאַטישער
פֿאָרשונג
פֿון
ייִדיש
־
סלאַווישער
קולטורעלער
צוזאַמענווירקונג
.
Print version
|
Save to file