1.
פֿאָרווערטס            2009.04.24     
עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ווען די ייִדן האָבן באַזיגט כּנען, זײַנען די שבֿטים געווען באַזונדערע פֿאָלקס־טיילן און האָבן נישט פֿאַרמאָגט בלויז איין איינציקן הערשער איבער זיך, נאָר אַ הויפֿן פֿון זיי. צווישן די שבֿטים זײַנען פֿאָרגעקומען מחלוקתן. לוינט זיך צו דערמאָנען די מלחמה צווישן דעם שבֿט אפֿרים און שבֿט מנשה. ערשט די דרײַ מלכים: שאָול, דוד און שלמה, האָבן באַוויזן צו פֿאַראייניקן די שבֿטים און פֿאַרוואַנדלען ארץ־ישׂראל אין איין מלוכה. נאָך שלמה המלכס טויט האָט די הערשאַפֿט זיך ווידער צעשפּאָלטן. צען צפֿון־שבֿטים האָבן זיך אָפּגעריסן און געשאַפֿן די באַזונדערע מלוכה, וואָס זיי האָבן איר אַ נאָמען געגעבן "ישׂראל" (אָדער אפֿרים) מיט דער הויפּטשטאָט צוערשט אין שכם, דערנאָך אין שומרון. די צווייטע מלוכה האָט מען אַ נאָמען געגעבן "יהודה", מיט זייער הויפּטשטאָט ירושלים.



Print version | Save to file