1.
פֿאָרווערטס            2008.09.05     
די גרוזינישע רער-לייטונג דערמעגלעכט צו ברענגען דאָס ברענוואַרג אין די מערבֿדיקע לענדער, אויסמײַדנדיק די אַנדערע נאַפֿט-ליניע, וועלכער גייט דורך איראַן.
ווי אַ "בופֿער-זאָנע" צווישן דער קריסטלעכער אייראָפּע און מוסולמענישער אַזיע, האָט גרוזיע אָפֿט געליטן פֿון מלחמות, און פֿלעגט איבערגענומען ווערן דורך פֿאַרשיידענע אימפּעריעס: רוים, ביזאַנטיע, פּערסיע, אַראַבער, טערקן-סעלדזשוקן און מאָנגאָלן. אינעם יאָר 1800, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון דער פּערסישער אינוואַזיע, האָט דער גרוזינישער קיניג געאָרגי דער צוועלפֿטער באַשלאָסן אײַנצושליסן זײַן לאַנד אין דער רוסישער אימפּעריע.
די גרוזינער האָבן אָבער אויך אַ לאַנגע געשיכטע פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט. דער באַרימטער אַלט-גריכישער מיטאָס דערציילט וועגן די העלדן, וועלכע האָבן זיך געלאָזט אויף זייער שיף "אַרגאָ" צו זוכן "די גאָלדענע וואָל" אין קאָלכידעדי אוראַלטע מערבֿ־גרוזינישע קיניגרײַך, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָך מיט 3,300 יאָר צוריק.
אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס וואָרט "אפֿריקי", דערמאָנט אין גמרא, מיינט נישט "אַפֿריקע", ווי עס טראַכטן אַ סך מענטשן, נאָר "איבעריע" אָדער "איבעריקע" — די אַנדערע אוראַלטע גרוזינישע מלוכה, וועלכע האָט זיך געפֿונען אויף דרום-מיזרח פֿון קאָלכידע. ס׳איז קלאָר, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט באַצייכנט טאַקע די גרוזינישע איבעריע אין אַ שפּעטערדיקן מדרש וועגן דעם גריכישן מלך אַלכּסנדר מוקדון.



Print version | Save to file