1.אינעם יאָר 1800, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון דער פּערסישער אינוואַזיע, האָט דער גרוזינישער קיניג געאָרגי דער צוועלפֿטער באַשלאָסן אײַנצושליסן זײַן לאַנד אין דער רוסישער אימפּעריע. די {גרוזינער} האָבן אָבער אויך אַ לאַנגע געשיכטע פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט.דער באַרימטער אַלט-גריכישער מיטאָס דערציילט וועגן די העלדן, וועלכע האָבן זיך געלאָזט אויף זייער שיף "אַרגאָ" צו זוכן "די גאָלדענע וואָל" אין קאָלכידע — די אוראַלטע מערבֿ־גרוזינישע קיניגרײַך, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָך מיט 3,300 יאָר צוריק. (פֿאָרווערטס2008.09.05)