1.אינעם יאָר 1800, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון דער פּערסישער אינוואַזיע, האָט דער גרוזינישער קיניג געאָרגי דער צוועלפֿטער באַשלאָסן אײַנצושליסן זײַן לאַנד אין דער רוסישער אימפּעריע. די גרוזינער האָבן אָבער אויך אַ לאַנגע געשיכטע פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט.דער באַרימטער אַלט-גריכישער מיטאָס דערציילט וועגן די העלדן, וועלכע האָבן זיך געלאָזט אויף זייער שיף "אַרגאָ" צו זוכן "די גאָלדענע וואָל" אין קאָלכידע — די אוראַלטע מערבֿ־גרוזינישע קיניגרײַך, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָך מיט 3,300 יאָר צוריק. (פֿאָרווערטס2008.09.05)