1.
פֿאָרווערטס            2007.03.23     
זי האָט די זוניקע לאָנקע אינעם וואַלד גלײַך דערקענט. זי האָט צוגעזשמורעט די אויגן, נישט געוווינט צו אַזאַ העלער שײַן. איצט האָט זי געדאַרפֿט באַשליסן די ריכטונג, וווּהין צו גיין ווײַטער. צוריק וועט זי שוין זיכער נישט גיין, בלײַבט נאָר דער וועג פֿאָרויס. איר מאַמעס ווערטער פֿונעם חלום האָבן זי געפֿירט. זי האָט פֿאַרגעדענקט: ערגעץ אויפֿן האַלבוועג פֿון בענקשאַפֿט וועלן זיי זיך טרעפֿן...
דו דאַרפֿסט לעבן, שוועסטערל, — האָט כאַיוסיע ממש אַרײַנגעאָטעמט די ווערטער שׂרוניען אין מויל און זיי פֿאַרריגלט מיט אַ קוש.



Print version | Save to file