1.
פֿאָרווערטס            2007.04.27     
דער "קאָנטינוּום" קען אויך באַשריבן ווערן ווי דער סכום פֿון אַלע מעגלעכע אומענדלעכע טעקסטן, אָנגעשריבן דורך אַ ענדלעכן אַלף־בית. מע קען דערקלערן קאַנטאָרס טעאָרעם דורך אַ ניט־מאַטעמאַטישער אַנאַלאָגיע: דער סכום פֿון אַלע מעגלעכע זאַכן, וואָס עקזיסטירן אין אַן אומענדלעכן אוניווערס, איז "גרעסער", ווי דער אוניווערס גופֿא.
בדרך־כּלל, באַנוצט מען זיך אין די מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס מיט לאַטײַנישע אָדער גריכישע אותיות. די פֿאַרשײדענע "אומענדיקײטן" האָט קאַנטאָר אָבער באַשלאָסן צו באַצייכענען דווקא מיטן ייִדישן אות "אַלף", מיט וועלכן עס הייבט זיך אָן דאָס װאָרט "אין־סוף"; אַ דאַנק קאַנטאָרן, קענען אַלע הײַנטיקע מאַטעמאַטיקער איבער דער גאַנצער װעלט "די צורה פֿונעם אַלף". אַפֿילו צװישן די ניט־מאַטעמאַטיקער איז דער "אַלף־נול" אױך געװאָרן אַ ביסל באַקאַנט: דער "אַלף־נול" שטײט אױף דער ערשטער זײַט פֿונעם "גרױסן װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך".



Expand   Print version | Save to file