1.מע קען דערקלערן קאַנטאָרס טעאָרעם דורך אַ ניט־מאַטעמאַטישער אַנאַלאָגיע: דער סכום פֿון אַלע מעגלעכע זאַכן, וואָס עקזיסטירן אין אַן אומענדלעכן אוניווערס, איז "גרעסער", ווי דער אוניווערס גופֿא. בדרך־כּלל, באַנוצט מען זיך אין די מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס מיט לאַטײַנישע אָדער {גריכישע} אותיות.די פֿאַרשײדענע "אומענדיקײטן" האָט קאַנטאָר אָבער באַשלאָסן צו באַצייכענען דווקא מיטן ייִדישן אות "אַלף", מיט וועלכן עס הייבט זיך אָן דאָס װאָרט "אין־סוף"; אַ דאַנק קאַנטאָרן, קענען אַלע הײַנטיקע מאַטעמאַטיקער איבער דער גאַנצער װעלט "די צורה פֿונעם אַלף". (פֿאָרווערטס2007.04.27)