1.
פֿאָרווערטס            2007.04.27     
מע קען דערקלערן קאַנטאָרס טעאָרעם דורך אַ ניט־מאַטעמאַטישער אַנאַלאָגיע: דער סכום פֿון אַלע מעגלעכע זאַכן, וואָס עקזיסטירן אין אַן אומענדלעכן אוניווערס, איז "גרעסער", ווי דער אוניווערס גופֿא.
בדרך־כּלל, באַנוצט מען זיך אין די מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס מיט לאַטײַנישע אָדער גריכישע אותיות. די פֿאַרשײדענע "אומענדיקײטן" האָט קאַנטאָר אָבער באַשלאָסן צו באַצייכענען דווקא מיטן ייִדישן אות "אַלף", מיט וועלכן עס הייבט זיך אָן דאָס װאָרט "אין־סוף"; אַ דאַנק קאַנטאָרן, קענען אַלע הײַנטיקע מאַטעמאַטיקער איבער דער גאַנצער װעלט "די צורה פֿונעם אַלף".



Expand   Print version | Save to file