1.
פֿאָרווערטס            2008.08.15     
מען דאָקטערט זיך, מען לויפֿט צום פֿריזיער אַנדאָלירן און פֿאַרבן די האָר, מ רעדט אַ סך אויפֿן טעלעפֿאָןאון די פֿאַרווײַלונג באַשטייט פֿון שפּילן קאָרטן און קאָקעטירן. פֿאַראַן מער אַלמנות ווי אַלמנס, גייט מען וווינען צוזאַמען ווײַל מען וויל נישט זײַן אַליין. מען קוקט אויפֿן לעבן ווי אויף אַ נישט צו ווײַטן הוראַגאַן וואָס רוקט זיך אויף זיי אַמאָל פּאַוואָליע און אַמאָל האַסטיק, איז לאָמיר אַרײַנכאַפּן איידער דער פֿאָררהאַנג פֿאַלט.
פֿינף מינוט פֿון מיר מיטן אויטאָ וווינען מײַנע קינדער מיט זייערע משפּחות. נוץ איך אויס די צײַט געווידמעט מײַן באָבעשאַפֿט. איך קאָך און די קינדער באַלעקן זיך. אַלעקס־חיימל און מענדעלע זײַנען שטאַרק צוגעבונדן צו מיר.



Print version | Save to file