1.
פֿאָרווערטס            2006.10.06     
די היסטאָרישע מקורים פֿון דער דאָזיקער חכמה זענען אומקלאָר; מיט איבער 2,200 יאָר צוריק זענען אין גריכנלאַנד, כינע און אינדיע שוין געווען באַקאַנט מיט די אַלכעמישע אידעעס און מעטאָדן. די מערבֿדיקע און אַראַבישע אַלכעמיע שטאַמט, אַפּנים, פֿון עגיפּטן. סײַ אין דער מערבֿדיקער, סײַ אין דער ווײַט־מיזרחדיקער אַלכעמישער טראַדיציע זענען דאָ אַ סך ענלעכע קאָנצעפּציעס, וועלכע זענען אויך זייער נאָענט, און אַפֿילו אינגאַנצן אידענטיש, מיט קבלה.



Expand   Print version | Save to file