1.
פֿאָרווערטס            2007.07.27     
זי איז, אַגבֿ, די וועלכע האָט געהאָלפֿן זאַמלען די טויזנטער פֿאַר־חורבנדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פּוילישע ייִדן, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אינעם פּרעכטיקן בוך And I Still See Their Faces (ביז הײַנט זע איך זייערע פּנימער פֿאַר די אויגן) און אין דער אויסשטעלונג מיטן זעלבן נאָמען, וואָס מע ווײַזט איצט אין ישיבֿה־אוניווערסיטעט.
צווישן די אַנדערע ייִדיש־רעדער איז געווען אַ ייִדיש־רעדנדיקער ישׂראלי, יעקבֿ פֿינקלשטיין, וועלכער אַרבעט אינעם קולטור־אָפּטייל פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין וואַרשע. יעקבֿ האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט זיך אויסגעלערנט מאַמע־לשון טאַקע אין ישׂראל, ווי אַ תּלמיד אין דער חולונער מיטלשול, און דערנאָך ווײַטער אין בר־אילן אוניווערסיטעט.



Expand   Print version | Save to file