1.
פֿאָרווערטס            2008.04.25     
עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַ צאָל פֿון זיי איז אויסגעביטן געוואָרן אויף ייִדן, וועלכע האָבן געהאַט ארץ־ישׂראל־פּאַספּאָרטן און זענען שוין געווען אין געוויסע קאָנצענטראַציע־לאַגערן אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.
דעם 17 טן אַפּריל 1948 האָט דיהגנה" באַהערשט פֿון די ענגלענדער די לעצטע קאָלאָניעס פֿון די טעמפּלערס אין לאַנד און זיי אַלעמען קאָנצענטרירט אין וואַלדהיים און אין בית־לחם הגלילית. נאָך אַ קורצער צײַט זענען זיי אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין ציפּערן און שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַראייניקט מיט זייערע קרובֿים אין אויסטראַליע.
מיטן אויפֿקום פֿון דער ייִדישער מדינה אין 1948 איז דער באָדן וואָס האָט געהערט צו זיי, נאַציאָנאַליזירט געוואָרן פֿון דער רעגירונג. אין 1962 האָט די ישׂראל־רעגירונג קאָמפּענסירט די טעמפּלערס און זייערע יורשים מיט 54 מיליאָן מאַרק, וואָס איז דאַן ווערט געווען צו מיליאָן דאָלאַר, ווי אַגוטמאַכונג" פֿאַר זייער באָדן און אייגנטום.



Expand   Print version | Save to file